A MAYDELE VON TEL AVIV |
IH OB A MAYDELE IN TEL AVIV |
|
אַ מײדעלע פֿון תּל-אָבֿיבֿ מאת: אלמוני
אױף דער גאַנצער װעלט געװען בין איך און אַלץ פּראָבירט מײדלעך אַלערלײ געזען און ליבעס אױך געפֿירט נאָר די שענסטע האָב איך אין תּל אָבֿיבֿ געפֿונען און אױב זי װעט נישט מײַנע זײַן װעל איך אַראָפּ פֿון זינען
רעפֿרײן
כ'האָב ליב אַ מײדעלע פֿון תּל-אָבֿיבֿ זי איז אַרײַן צו מיר אין האַרצן טיף און אירע שײנע אײגן צװײ שטראַלן מען דערזעט פּונקט װי אַ רעגנבױגן װען די זון פֿאַרגײט כ'האָב ליב אַ מײדעלע פֿון תּל-אָבֿיבֿ זי איז אַרײַן צו מיר אין האַרצן טיף און זי װעט בלײַבן אין זיכּרון שױן אױף אַלע מײַנע יאָרן כ'האָב ליב אַ מײדעלע פֿון תּל-אָבֿיבֿ
כאָטש די סאַברעס זענען שײן און שטעכיק װי אַ שפּיז האָבן זײ אַ ים מיט חן און זענען צוקער זיס כ'בין מוחל אײַך די שיקסעס דאָרט מיט זײער רײד צוזאַמען װײַל אַ סאַברע איז דאָך פֿאָרט געראָטן אין מײַן מאַמען.
|
|
|
A GIRL FROM TEL AVIV |
|
|
Translation needed |
|